← Beyz Home
באָנדע

באָנדע
־ס
די

CENTRAL

bóndə̃ {אויף דער יובעצע מיטן פּאַלטן — פֿון דיקע סחורה, אַפֿילו מיט אַ קאַפּישאָן — ווינטער אויפֿן שליטן} {POLAND, Wolbrom, 50196}

NORTHEASTERN

ֿבאָנדע — אַ גרעסערע בולקע, רונד אָדער אָוואַל, געוויינטלעך פֿון גראָבע וויינצענע מעל, אָבער עס קען אויך זײַן אַ קאָרענע באָנדע. דער אויסדרוק "קאָרענע באָנדע" באַטײַט אויך: ניט ראַפֿינירטער מענטש, אַ גראָבער נפֿש. עס זײַנען געווען הערינג־באָנדעס, פֿלייש־באָנדעס, לונג־באָנדעס, דאָס הייסט געפֿילט מיט הערינג אאַז"וו. אַ שקודער ייִד, וואָס האָט געהאַט צוויי צעוואַקסענע, קיין־עין־הרעדיקע מיידן, זאָגט זײַן שכן: "איך האָב אַ צימעס און אַ פֿלייש־באָנדע" (מען האָט דאָך געזאָגט: אַ מאַד ווי אַ צימעס און אויך אַ מאַד ווי אַ פֿלייש־באָנדע). מען האָט זיך געוויצלט: "וואָס דאַרף איך דעם לויתן, אַז איך האָב אַ באָנדע מיט אַ געזאַלצענעם הערינג!"

SOUTHEASTERN

bʊndə {אַרומגעבונדן די פּריזשעס, אַ ברייטער גאַרטל} {ROMANIA, Brăila, 45273}