אויספֿעלן
𝐈𝐒𝐑𝐀𝐄𝐋𝐈 𝐇𝐀𝐑𝐄𝐃𝐈 [Dalit Assouline]
אויספֿעלן (פֿאַר) צריך, נחוץ, דרוש (ל...) (שינוי סמנטי בקורפוס: חסר -> נחוץ)
ס'איז דאָ אַ רעיון, זײער אַ שטאַרקע זאַך אין תורת הנפש, װאָס איז זײער װיכטיג, עס פֿעלט אויס אַ' יעדע מענטש זאָל עס פֿאַרשטײן. [...] כּדי אַ קינד זאָל מפנים (máfnim) זײַן דע חינוך װאָס מע װיל אים מחנך זײַן, דע ערכים װאָס מע װיל אים אַרײַנלײגן אין קאָפּ, פֿעלט אויס, אַז דע עיקר אווירה זאָל זײַן ברוח טובה אין בדרכי נועם (77); די מאַמע װײסט אַז דער עסן פֿעלט אויס פֿאַר דעם קינד. (1); דע רפורמים, דע אפיקורסים, װאָס זאָגן זײ? דע "בנה ירושלים" האָבן זײ אין גאַנצן אַרויסגענימען פֿין זײער סידור, זײ זאָגן: ס'איז דאָ ירושלים, אין ס'איז אויפֿגעבויט, אין דעי תּפֿילה פֿעלט דאָך בכלל נישט אויס. [...] אַ שטיב װי סע איז דאָ שמירת הלשון, ס'איז דאָ טהרת הלשון, סע איז אַ שטיב װי מע רעדט נישט אײנער אויפֿן אַנדערן, מע ברענגט נישט אַרײַן פֿין אינדרויסן, אינעװײניק אין שטיב קאָכט מען נישט אויף זאַכן װאָס סע פֿעלט נישט אויס. [...] דע חציר, דע קש װאַקסט זײער שײן. אף על פי קײנער אי' נישט משקיע אין דעם כּוחות, אין קײנער לײגט נישט אַרײַן אין דעם קײן מי אין קײן לאַג, מע באַגיסט עס נישט מיט קײן װאַסער, [...] איז אויב אַזוי, צי װאָס פֿעלט דאָס אויס אַז מע זאָל טאַקע יאָ באַאַרבעטן פֿעלדער? צי װאָס פֿעלט אויס אַז מע זאָל יאָ באַאַרבעטן פּלעצער װאָס סע װאַקסט פֿרוכט, צי װאָס פֿעלט דאָס אויס? אויב סע קען טאַקע װאַקסן פֿין זיך [...] (11); װען משה רבנו איז אַרויף אין הימל אַראָפּנעמען די תּורה פֿאַר אידן, האָט ער געזען הקדוש-ברוך-הוא יושב קושר כתרים לתורה – האָט ער געזען װי דער אײבערשטער מאַכט קרוינעלעך פֿאַר די תּורה. משה רבנו האָט געפֿרעגט דעם ריבונו-של-עולם: " ריבונו-של-עולם, מי מעכב בידך?" – צי װאָס פֿעלט אויס די קרוינעלעך? די תּורה אי' שוין געשריבן, לאָמיר עס נעמען פֿאַר די אידן [...] "קושר כתרים לתורה" [...] זאָגט משה רבנו: " ריבונו-של-עולם, מי מעכב בידך?" – דאָס הײסט אַ שאָד אויף די צײַט, װער דאַרף האָבן די קרוינדעלעך? (10)
"עס זענען נישט פאראן קײן פארגעשריבענע מיטלען װי אזוי צו אומגײן מיט קינדער, אמאל פעלט אויס צו גײן מיט אַ שטרענגערע האנט, און אמאל מיט אַ שמײכל." (דאס אידישע ליכט, י"ד אייר תשמ"ו); "עס פעהלט אפשר נישט אויס צו ערקלערן די אונטערשײדן צװישן די הכשרים" (דאס אידישע ליכט, כ' טבת תשס"ב) {ראו גם עסטרײַך 2007}