אָרעמאַנסטווע
‘permanent underclass’
אָרעמאַנסטווע
'permanent underclass'
דורכן גאַנצן קריסטלעכן מיטל־עלטער איז אָרעמאַנסטווע (לאָמיר ניצן דאָס וואָרט ווי אַ באַצייכענונג פֿון אַ שטאַנד און אַ פּערמאַנענטן צושאַנד, להיפּוך צו אָרעמקייט וואָס קען באַפֿאַלן יעדער איינעם) געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ res divina "געטלעכע זאַך".