אָניאָגן
𝐈𝐒𝐑𝐀𝐄𝐋𝐈 𝐇𝐀𝐑𝐄𝐃𝐈 {Dalit Assouline}
אָניאָגן להספיק
אַ סך מאָל, מ'איז אַ גאַנץ פֿאַרמיטאָג אין שטוב. און סך הכּל, זאָגט מען, מע האָט גאָרנישט אָנגעיאָגט. אַ גאַנץ פֿאַרמיטאָג איז אַריבערגעגאַנגען, װאָס האָב איך געטאָן? איך האָב אים נאָך אַ מאָל געגעבן עסן, ער האָט נאָך אַ מאָל געװײנט, איך האָב אים נאָך אַ מאָל אויפֿגעהאַלטן, איך האָב נאָך אַ מאָל געגעבן עסן, ער האָט נאָך אַ מאָל געװײנט, איך האָב אים נאָך אַ מאָל אויפֿגעהאַלטן, ס'אי' אַריבער אַ גאַנצער פֿאַרמיטאָג - װאָס האָב איך הײַנט געטאָן? איך האָב גאָרנישט אָנגעיאָגט. װאָס איז דאָס נישט אָנגעיאָגט? האָסט געמאַכט בתי כהונה, לויה ומלכות! אָבער װאָס אי' דאָס, װאָס הײסט אָנגעיאָגט? אַ מאָל געמאַכט אַ עפּעס אַ עוגה (úga) פֿון דרײַ קומות פֿאַר אַ תּנאים? {...} דאָס איז אָנגעיאָגט? װאָס איז אָנגעיאָגט, אַ' מע האָט געמאַכט די פֿענצטערס מיט די טירן? (5) ער האָט נישט אָנגעיאָגט איבערצוטאָן זײַנע קלײדער. (6); דע אַלע שאלות, די װאָס מע האָט זיך יאָ מתיחס געװען, צי די װאָס מע האָט נישט אָנגעיאָגט זיך מתיחס זײַן {...} (58)
אניאגן די ארבעט (דאס אידישע ליכט, כ"ד מנ"א תשמ"ט); אין שטוב יאג איך אן: װאשן װעש, אפקאכן א מיטאג... (דאס אידישע ליכט, ג' חשון תשנ"ו)